צייטן און א קורצע איבערזוכט פון הלכות און כללים

די צייטן וואס די הר הבית איז אפען:

פון זונטאג ביז דאנערשטאג: 

זוממער זייגער: אינדערפרי: 7:00 - 11:00 נאכמיטאג: 13:30 - 14:30

ווינטער זייגער: אינדערפרי: 7:00 - 10:30נאכמיטאג: 12:30 - 12:40 (13:40 - 14:00 – נאר אפען פאר א קורצע בליק און גייט תיכף ארויס דורך שער השלשלת) 

די הר הבית איז דערווייל פארמאכט פאר יודן אין די טעג פון פרייטאג און אויך שבת קודש.


כללים והלכות:

טהרה – זיך רייניגן (פאר מענער):

  • מען דארף זיך טובל'ען פארן ארויפגיין אין א כשרע מקוה, אדער אין א קוואל אדער אינעם ים. 
  • פארן טבילה, דארף מען זיך גוט אפזייפן/אפוואשן זיכער מאכן אז מען נעמט אוועק איעדע חציצה, ובפרט פון די נעגל און האר, אפילו אויך פון פלעצער אינעם גוף וואו די מקוה וואסער קומט נישט צו דארטן (דאס הייסט רייניגן די ציין, אויערן, נאז, אויגן, אד"ג).
  • מען גייט נישט ארויף צום הר הבית מיט שיך פון לעדער. מען קען ארויפגיין בארוועס אדער מיט יום כיפור שיך (פלעסטיק, סחורה, גומי וכו').


מורא מקדש:

  • דאס ארויפגיין צום בארג איז אן עבודה פון דינען הקב"ה אין אזא הייליגע פלאץ דורך תפילה און בענקשאפט צום בית המקדש. דערפאר, גייט מען נישט ארויף מיט זאכן וואס העלפן נישט צו צו דעם ציהל. צום ביישפיל – מען פירט זיך נישט אריינצוגיין מיט א רוקן-זאק, טאשקע אדער סיי וועלכע אנדערע זעקל, נאר אויב דאס זעקל איז א מכובד'דיגע און דער וואס טראגט עס דארף עס וויכטיג האבן פאר די חפצים וואס געפונען זיך דערין.
  • מען דארף זיך אנטוען און א מכובד'דיגע פארנעם ווי עס פאסט ווען מען גייט אין א חשובע פלאץ (צ.ב. א העמעד מיט ערמעל).
  • עס איז שטארק רעקאמענדירט כאטש ביי די ערשטע פאר עליות צו ווערן באגלייט דורך א יוד וואס קען זיך גוט אויס מיט די גרעניצן פון די הר הבית וואו מען מעג נישט אדער יא גיין.


פאר הלכה'דיגע און טעכנישע אנווייזונגען דריקט דא >>


אַלגעמיינע אנווייזונגען:

ברענגט מיט זיך אן ID קארטעל (לייסענס, פאספארט וכדו').

די משטרה פארבאט אריינצוברענגן יודישע חפצים צ.ב. סידור, תפילין (עס איז צוגעשטעלט לאקערס לטובת די עולים).

די משטרה פארבאט אויך יודן צו נוצן די בית הכסא אויפן הר הבית.

אויסער דעם וואס קומען נישט אנגעטוען מיט צניעות איז נישט אויסגעהאלטן סיי מצד כבוד פאר די פלאץ און סיי מצד הלכה, גיין מיט א קלייד וואס דעקט נישט צו רוב פונעם גוף קען צוברענגן צו אום-אמגענעמליכקייטן און קריגערייען פון די "משמרת הצניעות" פון די וואקף.

קליינע קינדער – פון עקספיריענס, איז שטארק רעקאמענדירט מיט צוברענגען. עס איז כדאי פאר דעם זיי צוגרייטן דורך נוצן די ביה"כ פארן זיך שטעלן אין די שורה ביים ארויפגיין, ווי אויך זיי מיטגעבן א פלעשל טרינקען און אביסל צובייס. די קינדער פיעלן זייער די הייליגקייט פונעם פלאץ כאטש אזוי שטארק ווי די עלטערע.


טהרה פאר עלטערע מיידלעך און פרויען:

  • מען קען זיך פארבינדן מיט איינע פון די רבניות פונעם ארגן 'נשים למען המקדש': עידית ברטוב 0503-663-101יהודית בטיש 0528-308-411


הערות:די הלכות און די אנווייזונגען זענען דא געשריבן זייער בקיצור, נאר כדי צו דערמאנען אז מען זאל וויסן מער ווייניגער וואס מען דארף טוען, פאר מער פרטים דריקט דא >>.


מען קען מאכן א ברכה בשעת'ן טבילה אויב עס איז פארהאן די 2 פאלגענדע תנאים: 

א. אויב מען טובל'ט זיך יעצט פון א זיכערע טומאה. 

ב. אויב האט מען א כמעט זיכערע פלאן ארויפצוגיין ממש יעצט צום הר הבית. די ברכה קען מען זאגן נאנט צום טובל'ען אין די אינדרויסענדע ציממער פונעם מקוה ארומגענומען מיט א האנטוך אונטערן הארץ 

אויב פעלט פון די 2 תנאים, זאל מען זיך טובל'ען אן א ברכה. (מפסקי הרב ליאור שליט"א).


פאר מער פרטים: 052-7203210, 054-5720066